Difference between revisions 450302 and 463650 on yiwiki

{{יתום}}
אין [[ברוקלין]], [[ניו יארק]], וואָס איז היים צו דער גרעסטער [[חרדישע]]ר [[קהילה]] אין [[חוץ לארץ]], געוויסע [[סעקסואל]]-[[באלעסטיגן]] באשולדיגונגען זענען ארויפגעשווימען קעגן רוחניות'דיגע פירער אין דער געמיינדע. אויסער דעם, איז די קהילה געקומען אונטער חשד פֿאַרן פארדעקן די עבירות און מוטיקן [[נקמה|נקמות]] אָדער [[חרם|חרמות]] קעגן קרבנות און מיטגלידער וואס רעדן זיך קעגן פאלן פון באלעסטיגן.

==מערקווירדיגע און באַוואוסטע פאלן==

===משה קעלער===

אין 2012, איז [[לובאוויטש|לובאַוויטשער]] משה קעלער געווארן פאראורטיילט צו דרײַ יאר פּראָוביישאַן פֿאַר טשעפן אַ דאַן 15-יאָר-אַלט יינגל אין 2009.<ref name="times"/>

===נחמיה וועבערמאַן===

אום 10טן דעצעמבער, 2012,איז נחמיה וועבערמאַן, אַ יוגנט עצה־געבער און באַוואוסטער מיטגליד פון דער [[סאטמאר (הויף)|סאַטמאַרער קהלה]], געווארן פאַר'משפּט פון כסדר'דיגע סעקסואל באלעסטיגען אַ היימיש מיידל ער האט געזאלט עצה'ן, אין אַלע 59 שווערער פארברעכן און איבערשפרייזל קלאַגעס. <ref>http://www.nytimes.com/2012/12/11/nyregion/hasidic-man-found-guilty-of-sexual-abuse.html</ref> די אביוז האט זיך אנגעהויבן ווען די מיידל איז געווען אַלט 12 יאר, און ממשך געווען איבער אַ צײַט פון עטלעכע יאר.

במשך דעם פּראָצעס, האט דער סאַטמאַרער רבי [[אהרן טייטלבוים]] אנגערופן וועבערמאַן באשולדיגער ווי אַ "[[זונה]]". <ref>http://www.haaretz.com/jewish-world/jewish-world-news/n-y-ultra-orthodox-jewish-counselor-convicted-of-sex-abuse-in-he-said-she-said-trial-1.484111</ref> [[ברוקלין]] [[דיסטריקט פראקוראר]] [[טשאַרלס היינס]] האט קריטיקירט דעם סאַטמאַרער רבי, אויסדרוקנדיג זײַן אַנטוישונג מיט סאַטמאַרער רבי'ס באַמערקונגען און ער האט זיי גערופן '''שונד'''.<ref>Talkline with Zev Brenner, Dec. 4, 2012 podcast available at the bottom of [http://www.vosizneias.com/118751/2012/12/04/new-york-in-explosive-radio-interview-brooklyn-da-addresses-satmar-rebbe-over-remarks-on-williamsburg-abuse-case this article], starting with the 7m 50s mark.</ref>


==זעה אויך==
*[[יחוד]]
*[[משמרת הצניעות]]


==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}

<!-- קאטעגאריעס -->
[[קאטעגאריע:חרדים]]
[[קאַטעגאָריע:סעקס]]
[[קאַטעגאָריע:יידישקייט_שטומף]]

<!-- אנדערע שפראכן -->
[[en:Sexual abuse cases in Brooklyn's Haredi community]]