Difference between revisions 497245 and 497246 on yiwiki

עדות המזרח איז א באצייכענונג, באנוצט ווי א שם הכולל, אויף די יידן וואס שטאמען אפ פונעם [[מיטל מזרח]], און [[צפון אפריקע]],דאס הייסט פון אראבישע לענדער.  

[[ספרדים]] איז דער נישט ריכטיקע נאמען פאר די קהילות, וויבאלד  די יידן פון די לענדער שטאמען נישט פון ספרד, ווי [[איראק]]ע יידן וואס שטאמען פון [[בבל]], אדער [[תימנע]] יידן, ספרדים איז א באצייכענונג אויף יידן וואס קומען פון [[שפאניע]], וואס זייער טרעדיציאנאלער שפראך איז געווען [[לאדינא]], און וואס האבן פון פון דארטן אימאגרירט איבער דער גאנצער וועלט, בעיקר צו לענדער ווי [[איטאליע]] און [[האלאנד]] [[גריכלאנד]] [[פראנקרייך|פראווענס]] (-וואס ווערט היינט אנגערופען דרום פראנקרייך, און אין דער [[מיטל אלטער]] איז עס געווען א באזונדער לאנד פון פראנקרייך) [[ענגלאנד]] און די באלקאן לענדער אין [[אייראפע]].

[[קאטעגאריע:עדות]]
[[קאטעגאריע:יידן]]