Revision 425612 of "װיקיפּעדיע:אדמיניסטראטורן/אויגוסט ארכיוו 2012" on yiwiki'''אגלה בנדיקײטה (Eglė Bendikaitė)''' (געבוירן 1976) איז אַ ליטװישע היסטאריקעראין און אוניװערסיטעט‾לערעראין פֿאַר ייִדיש. == ביאגראפיע == אגלה בנדיקײטה איז זינט 2001 אוניװערסיטעט‾לערעראין פֿאַר ייִדיש בײַם װילנער ייִדישער אינסטיטוט בײַם װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת פֿאָרשערין בײַם ליטװישן אינסטיטוט פֿאַר געשיכטע אין װילנע. זינט 2012 פֿאָרשט זי בײם אינסטיטוט פֿאַר גלאבאלע און אײראפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט. 2006 האָט זי אױסגעגעבן דאָס בוך „די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע” (אױף ליטװיש). ד"ר בנדיקײטה פֿאָרשט װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צװישן די צװײ װעלט‾מלחמות, דער געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע פֿון װאַנדערונגען פון ייִדן אין ליטע. זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָוזיון „דאָס לעבן, װערק און װירקן פון יעקבֿ ראָבינזאָן” דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאַװנע. עס איז געװען געװידמעט דעם פֿעלקעררעכט‾יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקבֿ ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון). בײם אינסטיטוט פֿאַר גלאבאלע און אײראפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט פֿאָרשט ד"ר בנדיקײטה זינט 2012 װעגן „דעם לעבן, װערק און װירקן פון שמשון רוזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ גרױסער מנהיג‾פּערזענלעכקאײט פֿון די ציוניסטישע באַװעגונג”. == װעבלינקען == * [http://www.uni-leipzig.de/~gesi/staff/member/72/ רשימה פֿון פּובליקאַציעס פֿון ד"ר בנדיקײטה] * [http://www.oei.fu-berlin.de/geschichte/terminarchiv/Programm_des_Symposiums.pdf פּראָגראַם פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון „דאָס לעבן, װערק און װירקן פון יעקבֿ ראָבינזאָן”] (קאַװנע, דעם 22סטן אָקטאָבער 2007, אױף ענגליש און ליטװיש) * [http://www.uni-leipzig.de/~gesi/research/project/?tx_ttnews%5Btt_news%5D=127&cHash=953a1f17d19303d8ff0fdf46802d55c5 באַשראײַבונג פֿוןעם פאָרשונג‾פּראָיעקט „דאָס לעבן, װערק און װירקן פון שמשון רוזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ גרױסער מנהיג‾פּערזענלעכקאײט פֿון די ציוניסטישע באַװעגונג”] (אױף ענגליש) [[קאַטעגאָריע:היסטאריקער]] [[קאַטעגאָריע:ליטװינער]] [[קאַטעגאָריע:געבוירן 1976]] [[קאַטעגאָריע:ציוניזם]] [[קאַטעגאָריע:ליטע]] [[קאַטעגאָריע:װילנע]] [[קאַטעגאָריע:קאָװנע]] [[קאַטעגאָריע:ייִדיש]] [[de:Eglė Bendikaitė]] All content in the above text box is licensed under the Creative Commons Attribution-ShareAlike license Version 4 and was originally sourced from https://yi.wikipedia.org/w/index.php?oldid=425612.
![]() ![]() This site is not affiliated with or endorsed in any way by the Wikimedia Foundation or any of its affiliates. In fact, we fucking despise them.
|