Revision 497350 of "עדות המזרח" on yiwikiעדות המזרח איז א באצייכענונג, באנוצט ווי א שם הכולל, אויף די יידן וואס שטאמען אפ פונעם [[מיטל מזרח]], און [[צפון אפריקע]], דאס הייסט פון אראבישע לענדער. [[ספרדים]] איז דער נישט ריכטיקער נאמען פאר די קהילות, וויבאלד די יידן פון די לענדער שטאמען נישט פון ספרד, ווי [[איראק]]ער יידן וואס שטאמען פון [[בבל]], אדער [[תימנער]] יידן. ספרדים איז א באצייכענונג אויף יידן וואס קומען פון [[שפאניע]], וואס זייער טרעדיציאנאלע שפראך איז געווען [[לאדינא]], און וואס האבן פון פון דארטן אימיגרירט נאכן [[גירוש שפאניע]] פון יאר 1492 איבער דער גאנצער וועלט, בעיקר צו לענדער ווי [[איטאליע]], [[האלאנד]] [[גריכלאנד]] [[פראנקרייך|דרום פראנקרייך]] (דער געגנט וואס אין [[מיטל אלטער]] איז געווען אנגערופן פראווענס, און איז דעמאלט געווען א באזונדער לאנד פון פראנקרייך) די [[באלקאן לענדער]] אין [[אייראפע]] און אויך אין [[טערקיי]]. אוואו זיי זיינען געגאנגען האבן זיי אדאפטירט אסאך עלעמענטן פון די לאקאלע [[קולטור]]ן. [[קאטעגאריע:עדות]] [[קאטעגאריע:יידן]] All content in the above text box is licensed under the Creative Commons Attribution-ShareAlike license Version 4 and was originally sourced from https://yi.wikipedia.org/w/index.php?oldid=497350.
![]() ![]() This site is not affiliated with or endorsed in any way by the Wikimedia Foundation or any of its affiliates. In fact, we fucking despise them.
|